״איך בין, אפֿשר, דער לעצטער פּאָעט…״

Фото: www.gazetaeao.ru

 125 יאָר צוריק איז געבוירן געוואָרן וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי (7 יולי 1893 – 14 אַפּריל 1930) –  רוסישער סאָוועטישער פּאָעט, איינער פֿון די גרעסטע פּאָעטן פֿונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.

חוץ פּאָעזיע, האָט מאַיאַקאָווסקי ארויסגעוויזן זיך ווי אַ דראַמאַטורג, קינאָרעזשיסאָר, סצענאַריסט, אַקטיאָר, קינסטלער, רעדאַקטאָר פֿון די זשורנאַלן ״לעפֿ״ (לינקער פֿראָנט) און ״נײַער לעפֿ״.

די ערשטע ליד האָט וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי אָפּגעדרוקט אונעם אומלעגאַלער זשורנאַל ״פּראָריוו״ (דורכרײַס), וואָס האָט זיך אַרויסגעגעבן אין דער דריטער גימנאַזיע, וווּ ער האָט זיך געלערנט. וועגן אָט דער ליד האָט מאַיאַקאָווסקי שפּעטער געזאָגט: ״ס׳האָט זיך באַקומען זייער אַ רעוואָליוציאָנערע ליד און אין דער זעלבער מאָס גרויליקע״.

אין מאָסקווע האָט מאַיאַקאָווסקי זיך באַקענט מיט די רעוואָליוציאָנער געשטימטע סטודענטן, מע האָט אים דרײַ מאָל אַרעסטירט, אין תּפֿיסה האָט ער 11 חדשים פֿאַרבראַכט אין איינצל־קאַמער, האָט ווײַטער געשריבן לידער. נישט געקוקט אויף דער קריטישער באַציִונג צו דער אייגענער פּאָעזיע, האָט מאַיאַקאָווסקי טאַקע די תּפֿיסה־העפֿט גערעכנט פֿאַרן אָנהייב פֿון זײַן שאַפֿונג.

אין 1925 יאָר איז מאַיאַקאָווסקי באַזוכט אַמעריקע. מע האָט אים דאָרטן וואַרעם אויפֿגענומען, דער פּאָעט האָט דורכגעפֿירט אַ סך באַגעגענישן, לעקציעס, שאַפֿערישע אָוונטן. אָט וואָס האָט וועגן אים געשריבן שכנאָ עפּשטיין אינ דער צײַטונג ״פֿייהייט״ (9 אויגוסט 1925 יאָר):

״וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי איז דאָ כּמעט אומבאַוווּסט. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז אָבער ניטאָ קיין איין אינטעליגענט, קיין איין אַרבעטער, וואָס זאָל ניט וויסן פֿון אים: ער איז פּאָפּולער צווישן די פּויערים, באַליבט בײַ די קינדער, זײַנע ווערק ווערן פֿאַרשפּרייט אין מיליאָנען עקזעמפּליאַרן. אויך אין אייראָפּע איז ער באַרימט. ער איז איבערזעצט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. ס׳איז שוין דאָ וועגן אים אַ גאַנצע ליטעראַטור. אַפֿילו זײַנע קעגנער גיבן צו, אַז ער איז איינער פֿון די גרעסטע טאַלאַנטן אין דער וועלט…

וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי איז דער גלענצנדיקער פֿאָרשטייער פֿון דער פֿוטוריסטישער שול. פֿאַקטיש האָט ער, מאַיאַקאָווסקי, ארײַנגעהויכט אין דעם פֿוטוריזם אַ נײַעם גײַסט, פֿאַרוואַנדלט דעם פֿוטוריזם אין אַ רעוואָליוציאָנערער ריכטונג. דעריבער איז ניטאָ קיין געמיינזאַמס צווישן אים נישט בלויז מיט די פֿוטוריסטן פֿון אַנדערע לענדער, נאָר אַפֿילו מיט אַ סך רוסישע.

דער פֿוטוריזם איז אויפֿגעקומען אויפֿן גרענעץ פֿון צוויי תפֿוקות. דאָס איז די קונסט פֿון רעוואָליוציאָנערן איבערברוך. דער פֿוטוריזם צייכנט זיך אויס מיט בונט קעגן דעם אַלטן אינהאַלט און קעגן די אַלטע פֿאָרמען, מיט דער צושטערונג פֿון דער אַלטער עסטעטיק. זײַן פֿאָטער איז דער איטאַליענישער דיכטער מאַרינעטי. אין זײַן ערשטן מאַניפֿעסט, וווּ ס׳איז באַגרינדעט געוואָרן דער פֿוטוריזם, האָט מאַרינעטי באַזונדערס אונטערגעשטראָכן זײַן  האַס צום ״נעכטן׳ און ״הײַנט״, אַז די נײַע פּאָעזיע דאַרף זײַן דער אויסדרוק, די אָפּשפּיגלונג פֿון דער צוקונפֿט. אָט ווי מאַרינעטי האָט כאַראַקטעריזירט די אייגנאַרטיקע פּאָעזיע פֿון די פֿוטוריסטן:

״מיר באַזינגען ריזיקע המונים, וואָס ווערן באַוועגט פֿון אַרבעט, פֿון פֿאַרגעניגן אָדער בונט; מיר באַזינגען דעם פֿילפֿאַרביקן און פֿילקלאַנגענדיקן אויפֿברויז פֿון רעוואָליוציעס אין די הײַנטיקע הויפּטשטעט.

מיר ווילן באַזינגען די ליבע צו געפֿאַר, די געוווינהייט צו ענערגיע און געוואַגטקייט. די הויפּט־עלעמענטן פֿון אונדזער פּאָעזיע זײַנען : דרייסטקייט, חעזח, בונט. מיר וועלן לויבן און רימען די אָנגרײַפֿנדיקע באַוועגונג, די פֿיבערהאַפֿטע שלאָפֿלאָזיקײַט, דעם גימנאַסטישן טריט, דעם געפֿערלעכן שפּרונג, דעם פּאַטש אין פּנים ארײַן און דעם קלאַפּ פֿון קולאַק״…

וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי איז געווען דער ערשטער, ווער האָט איבערגעקאָכט דעם פֿוטוריזם אויף נאָר אן אַנדערן אופֿן. ער האָט אים פֿאַרוואַנדלט אין אַ רעוואָליוציאָנערער קונסט־שול״.

אין זײַנע ווערק איז מאַיאַקאָווסקי  געווען קאָמפּראָמיסלאָז און דעריבער אומבאַקוועם. אין די ווערק, וועלכע ער האָט געשאַפֿן סוף צוואַנציקער יאָרן, זײַנען אויפֿגעקומען די טראַגישע מאָטיוון. די קריטיקער האָבן אים אָנגערופֿן אַ ״מיטגייער״, אָבער נישט קיין ״פּראָלעטאַרישער שרײַבער״, פֿאַר וועמען ער האָט זיך אַליין גערעכנט. אין 1930 יאָר האָט ער אָרגאַניזירט אַן אויסשטעלונג, געווידמעט דעם 20יאָריקן יוביליי פֿון זײַן שאַפֿונג, אָבער קיינער פֿון די שרײַבערס אָדער מלוכה־טוערס נישט באַזוכט אָט די אויסשטעלונג.

פֿרילינג 1930 האָט מען אין צירק אויף צוועטנאָי בולוואַר געגרייט די גראַנדיעזע פֿאָרשטעלונג ״מאָסקווע ברענט״ לויט מאַיאַקאָווסקיס פּיעסע, די גענעראַקע רעפּעטיציע איז געווען באַשטימט אויף 21 אַפּריל, אָבער דער פּאָעט האָט ניט דערלעבט ביז אָט דעם טאָג.

אין מאַרט איז אָן קיין דערפֿאָלג דורכגעגאַנגען די פּרעמיערע פֿון זײַן פּיעסע ״באַניאַ״ (באָד), ס׳איז דורכגעפֿאַלן דער ספּעקטאַקל ״קלאָפּ״ (וואַנץ). אין אָנהייב אַפּריל האָט מען נישט דערלויבט צו פּובליקירן אינעם זשורנאַל ״דרוקוועזן און רעוואָליוציע״ די באַגריסונג ״דעם גרויסן פּראָלעטאַרישן פּאָעט אין צוזאַמענהאַנג מיט דער 20־יאָריקייט פֿונ זײַן אַרבעט און אאַפֿערישער טעטיקייט״. מע האָט דעם פּאָעט אָפּגעזאָגט אין דער אויסלענדישער וויזע. פֿאַר צוויי טעג פֿאַרן זעלבסטמאָרד, דעם 12 אַפּריל, איז בײַ מאַיאַקאָווסקי דורכגעגאַנגענ די באַגעגעניש מיט די לייענערס אינעם פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, ס׳האָבן געקלונגען אַ סך אומגינסטיקע ארויסזאָגונגען. די פּסיכישע צושטאַנד פֿונעם פּאָעט איז געוואָרן מער און מער אומסטאַבילע. דעם 14 אַפּריל איז וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. אינעם בריוועלע, וואָס ער האָט אָנגעשריבן פֿאַרן טויט, זײַנען געווען אַזעלכע ווערטער: ״איך בין, אפֿשר, דער לעצטער פּאָעט…״

וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי. אויפֿן גאַנצן קול

 
По теме
Энергетики ЕАО сдали нормы ГТО - GorodnaBire.Ru БИРОБИДЖАН, 18 июля, «Город на Бире» — Специалисты филиала АО «ДРСК» «Электрические сети ЕАО» сдали нормативы по программе «Готов к труду и обороне» (ГТО).
18.07.2018
В Еврейской автономной области завершено расследование о незаконном лишении свободы жителей Хабаровска и убийстве человека - Следственный комитет Следственными органами Следственного комитета РФ по Еврейской автономной области завершено расследование уголовного дела по факту незаконного лишения свободы троих мужчин и женщины и убийства 30-летнего мужчины.
17.07.2018
 
 
В Еврейской автономной области завершено расследование о незаконном лишении свободы жителей Хабаровска и убийстве человека - Следственный комитет Следственными органами Следственного комитета РФ по Еврейской автономной области завершено расследование уголовного дела по факту незаконного лишения свободы троих мужчин и женщины и убийства 30-летнего мужчины.
17.07.2018 Следственный комитет
Перед судом предстанут злоумышленники из Смидовичского района Еврейской автономной области по обвинению в незаконном лишении свободы четверых жителей Хабаровска и убийстве одного из них, а также в совершении ряда других преступлений,
17.07.2018 РИА Биробиджан
Сегодня, в 10 ч. 10 мин. на пульт пожарной охраны  МЧС России по ЕАО поступило сообщение о задымлении на четвёртом этаже торгово-развлекательного центра «Гигант».
17.07.2018 РИА Биробиджан
Едва ли не основной интригой очередной сессии арт-проекта «Вечерний Биробиджан» в минувшую субботу стал главный приз викторины, которую предложили горожанам ведущие концерта «Еврейское местечко».
15.07.2018 РИА Биробиджан
Ни дня без экскурсии или соревнований не проходит в Социально-реабилитационном центре для несовершеннолетних Еврейской автономной области.
14.07.2018 РИА Биробиджан
Энергетики ЕАО сдали нормы ГТО - GorodnaBire.Ru БИРОБИДЖАН, 18 июля, «Город на Бире» — Специалисты филиала АО «ДРСК» «Электрические сети ЕАО» сдали нормативы по программе «Готов к труду и обороне» (ГТО).
18.07.2018 GorodnaBire.Ru
Энергетики ЕАО сдали нормы ГТО - GorodnaBire.Ru БИРОБИДЖАН, 18 июля, «Город на Бире» — Специалисты филиала АО «ДРСК» «Электрические сети ЕАО» сдали нормативы по программе «Готов к труду и обороне» (ГТО).
18.07.2018 GorodnaBire.Ru
В Еврейской автономной области завершено расследование о незаконном лишении свободы жителей Хабаровска и убийстве человека - Следственный комитет Следственными органами Следственного комитета РФ по Еврейской автономной области завершено расследование уголовного дела по факту незаконного лишения свободы троих мужчин и женщины и убийства 30-летнего мужчины.
17.07.2018 Следственный комитет
На месте отсечения труб, лежавших прямо на земле и создававших неудобства пешеходам, транспорту, побывал в ходе еженедельного объезда города мэр областного центра Евгений Коростелев, сообщает корр.
18.07.2018 РИА Биробиджан
Специалисты Биробиджанской ТЭЦ (структурное подразделение филиала «Хабаровская теплосетевая компания» АО «ДГК») завершили плановый ремонт котла № 7. Он продлился полтора месяца.
17.07.2018 РИА Биробиджан
Четыре дорожно-транспортных происшествия, в которых один человек пострадал.
17.07.2018 РИА Биробиджан